-
אלסווייסער לפני 3 שנים, 8 חודשים
דעבלאזיא: די סיטי האט נישט מער ווי 4 טעג פארבליבן זיכער צו מאכן אז עס איז פארהאן גענוג סופליי פאר שפיטעלער פאר די קומענדיגע וואך.
דעבלאזיא זאגט אז מען ברענגט נישט אריין נאך מיליאנאן ען-95 און סורדזשיקל מאסקעס ביז אפריל 5, ווי אויך נאך 400 ווענטילעיטערס, דאן וועלן שפיטעלער חלילה פארלירן נאך מענטשען וויבאלד זיי האבן נישט גענוג עקוויפמענט. גלייכצייטיג ווייזן אן ניו יארק סיטי באאמטע, אז ארום 21 פראצענט פון אלע קעיסעס ביז יעצט זענען אנגעקומען אין שפיטאל, העכער ווי די סטעיטווייד דורכשניט פון 15 פראצענט.